Yidishland ייִדישלאַנד

Yidishland ייִדישלאַנד ייִדישלאַנד איז אַן אומאָפּהענגיקער ליטעראַרישער זשו?

"ייִדישלאַנד" איז אַ נײַער אומאָפּהענגיקער ליטעראַרישער זשורנאַל פֿאַר פּראָזע, פּאָעזיע און ליטעראַטור-װיסנשאַפֿט, סײַ פֿאַר די באַרימטע ליטעראַטן און סײַ פֿאַר די דעביוטטאַנטן אין דער ייִדישער ליטעראַטור. מיר לאָזן אַרויס פֿיר נומערן אַ יאָר אין אַן עקסקלוסיװער אויפֿלאַגע. פֿאַרזיכערט דאָס באַקומען פֿון אַלע נומערן, אַבאָנירט זיך הײַנט אויף "ייִדישלאַנד"!

שטיצט אונדזער באַװעגונג - אַבאָנירט זיך אויף ייִדישלאַנד!✅ 4 נומערן אַ יאָר✅ אַרום 100 זײַטן אַ נומער✅ פּראָזע, פּאָעזיע...
28/10/2022

שטיצט אונדזער באַװעגונג - אַבאָנירט זיך אויף ייִדישלאַנד!

✅ 4 נומערן אַ יאָר
✅ אַרום 100 זײַטן אַ נומער
✅ פּראָזע, פּאָעזיע, זינג־לידער, ליטעראַטור־װיסנשאַפֿט
✅ אַן אומאָפּהענגיקע צײַטשריפֿט אָן אַנאָנסן
✅ אין A4-פֿאָרמאַט

olnianskybooks.etsy.com

שוין אַרויס - ייִדישלאַנד 16 #!https://olnianskybooks.etsy.comדער דאָזיקער נומער פֿון אונדזער זשורנאַל איז פֿולקום געווידמעט...
25/10/2022

שוין אַרויס - ייִדישלאַנד 16 #!

https://olnianskybooks.etsy.com

דער דאָזיקער נומער פֿון אונדזער זשורנאַל איז פֿולקום געווידמעט דעם 70טן יאָרטאָג פֿונעם 12טן אויגוסט - דער הינריכטונג פֿון מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. די דאָזיקע טראַגישע דאַטע איז אַרײַן אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אונטערן נאָמען "די נאַכט פֿון אומגעבראַכטע פּאָעטן", הגם ניט אַלע ייִדן, אומגעבראַכט יענע נאַכט אין מאָסקווע, זײַנען געווען פּאָעטן. דער עצם־פֿאַקט, וואָס איצט, 70 יאָר נאָך יענעם מאַסן־מאָרד דערשײַנט אַ ליטעראַטור־זשורנאַל אויף ייִדיש, איז אַן ענטפֿער אויף דער דאָזיקער פֿאַרברעכעניש פֿון סטאַלינישע תּלינים קעגן אונדזער ליטעראַטור. מיר דערלאָזן ניט די ייִדישע ליטעראַטור זאָל אונטערגיין. און טאַקע דערפֿאַר האַלטן מיר פֿאַר אונדזער חובֿ זיך ניט באַגרענעצן אין דעם דאָזיקן נומער פֿון "ייִדישלאַנד"

מיט אַ קורצער דערמאָנונג וועגן אָט־דעם טרויעריקן יאָרטאָג, נאָר מיר שטעלן פֿאָר אַ ברייטער בילד פֿונעם ליטעראַרישן אויפֿטו פֿון די הרוגים אויפֿן הינטערפֿאָן פֿון דעמאָלטיקער היסטאָרישער ווירקלעכקייט.

Adress

Malmö

Aviseringar

Var den första att veta och låt oss skicka ett mail när Yidishland ייִדישלאַנד postar nyheter och kampanjer. Din e-postadress kommer inte att användas för något annat ändamål, och du kan när som helst avbryta prenumerationen.

Kontakta Affären

Skicka ett meddelande till Yidishland ייִדישלאַנד:

Videor

Dela

ייִדישלאַנד

"ייִדישלאַנד" איז אַ נײַער אומאָפּהענגיקער ליטעראַרישער זשורנאַל פֿאַר פּראָזע, פּאָעזיע און ליטעראַטור-װיסנשאַפֿט, סײַ פֿאַר די באַרימטע ליטעראַטן און סײַ פֿאַר די דעביוטטאַנטן אין דער ייִדישער ליטעראַטור. מיר לאָזן אַרויס פֿיר נומערן אַ יאָר אין אַן עקסקלוסיװער אויפֿלאַגע. פֿאַרזיכערט דאָס באַקומען פֿון אַלע נומערן, אַבאָנירט זיך הײַנט אויף "ייִדישלאַנד"!

Yidishland is a new independent literary journal with prose, poetry and literary criticism from the world’s leading Yiddish writers as well as talented newcomers. The magazine is published four times a year in a very limited circulation. Make sure to get all issues, subscribe to Yidishland today!

http://www.yidishland.com


Övriga Tidskrift i Malmö

Visa Alla